Пользовательского поиска
поиск по сайту и в Сети через Яндекс
УРОКИ иврита, английского, немецкого, французского, итальянского, испанского, португальского, шведского, датского, русского, украинского, польского, чешского, сербского, греческих, хинди, грузинского, финского, японского, китайского и др. языков. (972)54-5466290, e-mail

О празднике [лаг боОймэр](Лаг ба-Омер)на идиш
די טעמע דער יום־טובֿ לג־בעומר אויף ייִדיש

КУРСЫ ИДИШ по символической цене в Тель-Авиве (очно) и во всем мире (online) (972)54-5466290,e-mail
главнаявсе языкигде учат идишавторметодиказолотые правилалитератураграмматиканачинающимдетямсловарипеснифорумы,блоги
все темы на идиш

Русский, украинский, белорусский, польский, чешский, сербский, болгарский и др. славянские языки

Английский, немецкий, датский, исландский, шведский, африкаанс, нидерландский и др. германские языки

Французский, испанский, итальянский, румынский, португальский и др. романские языки

Латинский и др. италийские языки

Индоиранские языки

Литовский, латышский и др. балтийские языки

Прочие индоевропейские языки

Финский, венгерский и др. уральские языки

Грузинский и др. кавказские языки

Иврит, арабский и др. семито-хамитские языки

Турецкий, татарский, казахский, монгольский и др. алтайские языки

Китайско-тибетские языки

Японский, рюкюский и корейский языки

Индейские языки

Остальные естественные языки

Еврейские языки разных семей

Искусственные языки
Cosmetic dentist Crofton - best Cosmetic dentist.
лексическое упражнение для начинающих на основе песни [арУм дэм фАер] "Вокруг огня"

текст и видео о праздновании [лаг боОймэр] в разных странах

Рассказ Левина Кипниса о празднике для продвинутых учащихся
אַ דערציילונג פֿון לעווין קיפּניס וועגן דעם יום-טובֿ לג־בעומר

פֿון נאָך פּסח אָן גייט אַרום יגאל ווי עפּעס פֿאַרקלערט. וואָס קלערט ער? ער קלערט וועגן אַ שײַטער, מאַכן אַ פֿײַער פֿאַר לג־בעומר. אין איין פֿרימאָרגן זאָגט ער צו זײַנע חבֿרים
מיר'ן הײַנטיקס יאָר מאַכן אַ שײַטער, וואָס אַזוינער איז נאָך ניט געווען
די חבֿרים האָבן גלײַך אײַנגעשטימט. "מען דאַרף דאָך אָבער האָבן מיט וואָס צו מאַכן אַ שײַטער!" האָבן עטלעכע געזאָגט
אויך מיר אָ שוועריקייט! ענטפֿערט יגאל. לעבן אַלע געבײַדעס וואַלגערן זיך ברעטלעך, שפּענער, צעבראָכענע קעסטלעך און פֿעסלעך - מען דאַרף זיך נאָר אָנבייגן און אויפֿהייבן
און וווּ וועלן מיר מאַכן דעם שײַטער? - פֿרעגן אַנדערע
וואָס הייסט וווּ? - לאַכט יגאל – ס'זענען נאָך דאָ גענוג ליידיקע פּלעצער אין שטאָט. אַפֿילו הינטער אונדזער שול געפֿינט זיך אַ גרויסער בוי־פּלאַץ
- דער עיקר איז, גיט ער צו ערנסט, מיר האָבן ניט מער ווי דרײַ טעג ביז לג־בעומר

יגאל מיט זײַנע חבֿרים האָבן זיך ניט געפֿוילט: טאָגטעגלעך גייענדיק אין שול און פֿון שול האָבן זיי געקליבן און געבראַכט ברעטער און באַלקנס, גאַנצע קאַסטנס און פֿעסער, זיי געשלעפּט פֿון ווײַטע גאַסן ביזן ליידיקן בוי־פּלאַץ הינטער דער שול, זיי האָבן אָנגעשלעפּט גאַנצע בערג
ערבֿ לג־בעומר נאָך מיטאג האָבן זיך די קינדער צונויפֿגעקליבן אויפֿן בוי־פּלאַץ און זיך גענומען צו דער אַרבעט. דער טראָגט דער שלעפּט, דער קאַטשעט, אַנדערע קלאַפּן טשוועקעס און אַלע אין איינעם האַלטן אין איין רוישן און שרײַען, און יגאל קאָמאַנדעוועט איבער זיי, לויפֿט פֿון איינעם צום צווייטן און שרײַט זיי אַלעמען אַלעמען אַריבער. אָט אַזוי זיי אויפֿגעשטעלט אַ הויכן טורעם מיט אַ שפּיץ אין הימל אַרײַן
דערווײַל איז שוין געוואָרן פֿינצטער, און שטערן האָבן זיך באַוויזן אויפֿן טונקל־בלויען הימל. איין ייִנגל האָט מיט אַ מעשענער טרובע געגעבן אַ סיגנאַל, יגאל האָט אַרויפֿגעקלעטערט ביזן שפּיץ טורעם און אים אָנגעצונדן
פֿונקען פֿײַער זײַנען געשפּרונגען פֿון אַלע זײַטן און האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין די קינדערס אויגן. זיי האָבן אַלע געשאַלט מיט גרויס קוראַזש
אויף די דעכער אַרום און אַרום און אויף די וועראַנדעס האָבן זיך באַוויזן דערוואַקסענע און אָנגעקוואָלן פֿון דעם ברענענדיקן טורעם, און קליינוואַרג איז געקומען צו לויפֿן פֿון אַלע הויפֿן און געוואָרפֿן אין פֿײַער אַרײַן צײַטונגען, העפטן און אַלטע זאַכן
דער טורעם האָט זיך צעפֿלאַקערט, רויך־זײַלן האָבן זיך געהויבן, דער הימל איז געוואָרן רויט. אויך די קינדער האָבן זיך צעפֿלאַמט, געמאַכט אַ גרויסן ראָד אַרום דער פֿײַערדיקן טורעם, און געזונגען און געטאַנצט גאָר לעבעדיק. עס שפּרינגט אַרויס אַ בחורל – אַ בריה, זעצט אַרויף יגאלן אויף זײַנע אַַקסלען און זינגט
אָמַר רַבּי עקיבֿא - רבי עקיבֿא האָט געזאָגט
אַשריכם, ישׂראל! - ווויל איז אײַך, ישׂראל
רינגלען אים אַרום די קינדער מיט אַ געזאַנג, זיי פֿרעגן און יגאל ענטפֿערט
ווער ביסטו? - ישׂראל. ווער איז דײַן פֿאָטער?- ישׂראל. ווער איז דײַן פֿאָלק?- ישׂראל.און דײַן לאַנד?- ישׂראל
אַ גרויסער פֿלאַם האָט אַ זעץ געטאָן אין דער הייך, און דורכן פֿײַער האָט זיך באַוויזן אַ געשטאַלט פֿון אַ שיינעם, הייליקן מאַן מיט אַ לאַנגער גרויער באָרד און ברענענדיקע אויגן. דער מאַן גייט אַרויס פֿונעם פֿײַער, דערנעענט זיך צו יגאלן און לייגט זײַן האַנט אים אויפֿן קאָפּ
ווער ביסטו? - פֿרעגט יגאל, און זײַן האַרץ קלאַפּט
איך בין עקיבֿא! - ענטפֿערט דער מאַן. - דרײַ און צוואַנציק טויזנט מיט נײַן הונדערט נײַן און נײַנציק תּלמידים זיצן בײַ מיר אין דער ישיבֿה און לערנען תּורה. אַלע זענען קלוגע, אַלע זענען בראַווע. גיי איך פֿון איין שײַטער צום צווייטן איך גיי און זוך, אפֿשר וועל איך געפֿינען נאָך איין תּלמיד, כּדי צו שליסן אַ גלײַכע צאָל פֿון פֿיר און צוואַנציק טויזנט תּלמידים
דער מאַן שווײַגט איין מאָמענט, קוקט אַרײַן טיף יגאלן אין די אויגן און רופֿט אויס
און איך האָב דיך געפֿונען! כ'האָב געהערט דײַן געזאַנג, כ'האָב געזען דײַן גוט ריין האַרץ. ווילסטו גיין מיט מיר
איך בין גרייט! - רופֿט יגאל מוטיק, און שטרעקט אויס זײַנע הענט
קושט אים רבי עקיבֿא שטערן, נעמט אים, זעצט אים אַוועק אויף זײַנע אַקסלען און שוועבט מיט אים איבער הויכע בערג, צווישן ריזיקע פֿעלדזן און איבער געדיכטע וועלדער שוועבט און זינגט: ווויל איז אײַך, ישׂראל
זענען אַרויס פֿון צווישן די ביימער טויזנטער תּלמידים, האָבן אַרומגערינגלט יגאלן און גערופֿן: ווער ביסטו
און יגאל ענטפֿערט : ישׂראל
פּלוצעם לאָזט זיך הערן אַ שטים: מאַכט אַ וועג! מאַכט אַ וואַרע
און גלײַך קומט אָן, רײַטנדיק אויף אַ יונג, אַ העלד מיט געקרײַזלטע האָר און שטערנדיקע אויגן
איך בין בר־כוכבא! ווער ס'וויל אַראָפּוואַרפֿן דעם יאָך פֿון די רוימער, זאָל קומען צו מיר
מיר אַלע זענען גרייט! - האָבן געענטפֿערט רבי עקיבֿא מיט זײַנע טויזנטער תּלמידים – מיר זענען גרייט צו שטרײַטן פֿאַר דער פֿרײַהייט פֿון אונדזער פֿאָלק און לאַנד
בר־כוכבא האָט אָנגענומען די גריווע פֿונעם לייב און דורכעשפּאַנט די שורות פֿון די תּלמידים . ווי ער האָט דערזען יגאלן, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט
ווער ביסטו, מײַן קינד? - דער ייִנגסטער פֿון מײַנע טויזנטער תּלמידים, ענטפֿערט רבי עקיבֿא
ער איז דאָך גאָר אַ יונג קינד – זאָגט בר־כוכבא - ער וועט ניט קענען שטרײַטן מיט די רוימער
טרערן האָבן זיך באַוויזן יגאלס אויגן
איך בין טאַקע נאָך קליין! - ענטפֿערט ער - אָבער אויך דוד־המלך איז געווען אַ קליין ייִנגל ווען ער האָט געשלאָגן גליתן
ביסטו טאַקע אַזוי שטאַרק ווי דוד ?
שפּריגנט אַרויף יגאל אויף אַ פֿערד, און אַזוי רײַטנדיק רײַסט ער אויס אַ טענענבוים מיט זײַנע וואָרצלען
אַ בראַווער יונג! - שרײַען אויס אַלע תּלמידים. און בר־כוכבא לייגט צו
אַזוינע יגאלס וועלן אונדז ברענגען די גאולה. און די מלחמה מיט די רוימער האָט זיך אָנגעהויבן
גרויס איז געווען דער זיג. בר־כוכבא מיט זײַן גאַנצער אַרמיי האָט זיך אומגעקערט פֿון קריג זייער פֿריילעך. זיי האָבן געזונגען, געהויבן פֿאָנען און אויף איינעם פֿון די הויכע בערג האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט רוען, נעכטיקן
זיי האָבן צונויפֿגעקליבן צווײַגן, דערנער און גראָזן און אנגעצונדן אַ גרויסן שײַטער, און ווען דאָס פֿײַער האָט זיך שטאַרק צעברענט, שטעלט זיך אַוועק בר־כוכבא און רופֿט אויף אַ קול: וווּ איז ערגעץ אָט דער קליינער יגאל, וואָס האָט אונדז געבראַכט אַזאַ גרויסן זיג
די גאַנצע אַרמיי בלײַבט שטיין שטיל און בר־כוכבא דערציילט
"די רוימער זענען גענען געווען זייער פֿיל, ווי זאַמד אויפֿן ברעג ים. זיי זענען אַלע געווען אָנגעלאָדן מיט געווער פֿון פֿוס ביזן קאָפּ. זיי זענען אונדז באַפֿאַלן פֿון אַלע זײַטן. דער רוימישער הויפּט־קאָמאַנדיר אַליין האָט גאַלאָפּירט אויף אַ גרויס פֿערד, האָט געפֿאָכעט מיט זײַן שווערד און האָט געהאַלטן אין איין שרײַען: "אַ מפּלה בר־כוכבאן, אַ טויט די ייִדן
ווי ער שרײַט אַזוי און העצט זײַן אַרמיי, דערשײַנט דער קליינער יגאל, פֿלינק צווישן זײַנע שאַרפֿע, אויסגעשטרעקטע שפּיזן, דערגרייכט ביזן הויפּט־קאָמאַנדיר, און מיט אַ געשריי "אַ טויט די רוימער!" באַפֿאַלט דעם הויפּט־קאָמאַנדיר און שליידערט אים אַראָפּ אויף דער ערד. ווען די רוימער האָבן דאָס דערזען, זײַנען זיי זיך צעלאָפֿן
לעבן זאָל יגאל! - האָט מען גערופֿן פֿון אַלע זײַטן
וווּ איז ער? וווּ האָט ער זיך באַהאַלטן ? – פֿרעגט בר־כוכבא
אָט איז ער

יגאל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף. זײַנע חבֿרים שטייען אַרום און טאָרקען אים
וווּ האָסטו זיך באַהאַלטן ? גענוג זיך שוין שלאָפֿן, יגאל! זע, דער שײַטער האַלט זיך שוין בײַ לעשן
יגאל רײַבט אויס די אויגן און גייט פֿאַרחלומטער מיט זײַנע חבֿרים. אויף מאָרגן דערציילט זיי יגאל זײַן חלום
אַ שיינער וווּנדער־חלום! – שמייכלען די חבֿרים, און זייערע אויגן בלישטשען

Rambler's Top100 Яндекс цитирования